5

Mrs. Willoughby’s Shpitzl

Shpitzl

by Libby Pollok

פאנטאזיעס פון ישעי’ געצעלע דער שכן… 

אונטער דיין שפיצעלע 
וויל איך געבן א קיצעלע
עס וואונדערט מיר 
אן א שיעור
  וואס דארט באהאלט
איז יענע ארט ווארעם אדער קאלט?
איז עס א שטאט אדער א וואלד?
איך וויל געוואור ווערן באלד.
טאמער קוקן מען טאר  
איז מיר אומקלאר.
טוט מען דאס אויס ווען אין בעט מען ליגט?
 פילט עס לויז אדער אויף די אויערן דרוקט?
 ווי קאן מען יענטען ווען מבינדט זיך צאם 
לשון הרע האט שוין ניט די זעלבע טעם
עס רייצט מיך געפערליך
די מלבוש אזוי ערליך
איך וויל דארט שפרינגען ווי א האז
שפאצירן אויף די גראז
שפירט עס שטייף ווי א ביינדל,
אדער שטעכט עס ווי א שטיינדל?
ווי זיידן גלאט
אדער קנייטשיג ווי אן פארמישטע בלאט?
איז דארט אוועקגעלייגט סחורה פאר א הונגער יאר?
איך גיי אויס צו וויסן וואס דארט גייט פאר! 
איך  נייגער  אויב די פראנקפאטער- 
אויף דיין שטערן, קאן מאכן זאטער
א ברכה צו מאכן 
די געדריוולטע זאכן
די געוועבענע פאדעם 
רייצט אן דעם אדם
עס פירט אוועק צו א ווייטן פלאץ
אזש מען חלש’ט דארט צו געבן א קראץ
עס פארעמט זיך א בילד 
וואס מאכט מיר ווילד.
 עס דרייט מיר אן ביז ס’פלאצט די אינערליכע גלידער  
דאס בגד אזוי איידל אבער פארט גיט א צורודער 
איך האב חשק דעם שטאף אויסצוטאפן
אין די צווירן זיך אנדראפן
אפשר גאר 
וואקסט דארט לאנגע האר
האדעוועט זיך מעגליך אפיצינקע לייזל
אין די לאקעלעך פיין געקרייזלט
און טאמער געפינען זיך שפיצן 
וואס מ’טוט איידל שטיצן
אין די פינגער קען עס קריצן
אן איינדרוק שטארק ווי בליצן
דאס טעם גענוי פון פרוכט דערמאנט
עס זעהט דאך אויס ווי א קיווי קראנט
א פערזשוך רייף.
 שמעקנדיג פון זייף
צו פארזוכן ציעט 
בשעת עס בליעט
עס ווערט מיר הייס
אראפ די טיכעלע אט אט איך רייס
איך וויל זעהן 
איי ווי שעהן
איז די שטח פון אונטער
פארדעקט ווי ס’איז אייביג ווינטער 
רוק נאר די שפיצעלע
איין צענטעמעטער 
איך וויל דאס ארייננעמען ווי פרילינג בלעטער
איך וויל דאס שמעקן
ווי א זומער בלום
איך לעכץ צו לעקן דאס קאפשטיק אזוי פרום 
אריינאטעמען די לופט דארט, פייכט און פריש 
די מיסטעריע אנדעקן, קריכן אונטערן טיש..
און ביים שפיץ קעפל דיך געבן א קוש

Subscribe To Our Newsletter

Join our mailing list to receive the latest news and updates from our team.

You have Successfully Subscribed!