Who am I

A view into my blurry reflection/ 

( ווער בין איך? אן אנטפלעקונג פון א פארצייטישע שפיגל)

פון וואנעט קום איך און פון וואנעט אויפגעשפראצט?

פון וואו ציען זיך מיינע ווארצלען און וואוהין האב איך זיי איבערגעלאזט?

איך קום פון א שאכטל

אינגאנצן פארמאכט,

איך בין ווי אן איי, פריש פון שאלעכץ אויפגעקראכט

ווען איך טראכט

פון מיין אפשטאם-

א געשיכטע וואס שלענגלט זיך לאנגזאם

געבוירן אין א טורמע, אויפגעהאדעוועט אין תפיסה

קוים זיך ארויסגעכאפט און געשטעלט אויף די פיסע.

אין די פארגאנגענהייט איז שווער צו בליקן 

ווען די פענסטער איז פארהויכט

פון נעפל זיך ארויסרוקן

האב איך געברויכט

מיין שורש איז א מיסטעריע

מיין בונד דערצו א ספק

דאס צו דערגרינטעווען איז שווערער

 ווי קויפן א הויז מיט א קופיק

מיין עבר איז ווי א חלום פון אייערנעכטן 

ווען אויפן מח הערשט א וואלקן א געדעכטן 

וויאזוי איז מעגליך צו דערגיין,

ווען שוין פארגעסן גלייך ביים אויפשטיין?

איך מיין אז איך בין פון הימל 

געפאלן  אומפאמעלעך

אזויווי פון גארנישט ווען ס’ווערט געבוירן שימל

ווי נאך א רעגן ווען סוואקסט פלוצים אויף שוועמלעך

איך בין ווי א ווארעמל הערשט אנטוויקלט צו א שמעטערלינג, 

נאך א לאנגע ווינטער אנדעקט דעם פרילינג

מעמאריעס ווירבלען אין מיר, זיי קוילערן זיך ווי א רינגל

זיי קומען צו מיר ווי פון א פריעורדיג גלגול

(איך בין קוים זיכער אויב איך בין דאן געווען א מיידל אדער א אינגל)

כאטש מיינע אייגענע זכרונות זענען פארדרייט ווי א דרילינג

האב איך קיין משפחה נישט-  איך בין מיין אייגענע צווילינג