‫די אויגן לעפלעך ס’קלעבט‬
‫די געדאנקען אין א פארוואגלט ארט שוועבט‬
‫דאס גוף צום בעטל צוגענאגלט‬
‫מיט ברויזנדע טרוימען באהאגלט‬
‫ס’חלומט זיך א חלום פון די וועלט‬
‫א כוואליע אין קאפ זיך געשטעלט‬
‫וואלן ס’רוישט, קיינמאל אנטוישט‬
‫עס פליסט שנעלער ווי יענטעס ווערטער ‬
‫געפלוישט‬
‫די מחשבות טאפן זיך געשמירט‬
‫פון מאל צו מאל עס פרירט‬
‫און מען שפירט‬
‫אז מען קען זיך לעולם אנדראפן‬
‫אין די פעלזן פעסטן וואנט בתוך האמערס וואס קלאפן ‬
‫און בלייבן איינגעשטעקט‬
‫ווארעם צוגעדעקט‬
‫ביז דער האן‬
‫גיבט זיך א צוזינג ‬
‫און קרייט מיט דעם זייגערס שארפן קלינג‬