5

פאסירונגען

אין א גרינעם רעגנדיגער דינסטאג זיץ איך מיר אזוי אנגענעם און באקוועם אונעם בית בכבוד. איך צינד זיך אן מיין מוזיק אויפן העכסטן, אוודאי פארשטייט זיך נאר אונם אויער, קיינער טאר דאך נישט הערן וואס איך הער דא – און איך רוה זיך אביסל אפ פון א פילע טאג קלאצן. ווען פלוצלינג הער איך א הויכן קול וואס רופט מיין נאמען, איך מאך שנעל שטילער מיין מוזיק און איך פרעג, ווער איז עס דארט? הער איך דעם קול ענטפערן, עס איז מאמי – זאג נאר קינד מיינס, איז אלעס און ארדענונג? איך שטיי שוין דא 5 גאנצע מינוט און איך שריי דיין נאמען אבער אין קול ואין אונה. ענטפער איך, מאמע באראוג זיך, מיין מוזיק איז פשוט געווען זייער הויך אז איך האב נישט דערהערט דיין רוף. אלעס איז אין ארדענונג! איך וועל זיין אינדערויסן ביז אפאר מינוט. פרעגט די מאמע ווייטער, איך האב ארויס געהערט זייער פראסטע מוזיק, זאג נאר – וואס הערסטו דארט? ענטפער איך מיט א געמאכטן ראוגקייט, דאס איז דאך חסידישע מוזיק מאמע. איך האב חלילה נישט געוואלט זי זאל מיך חושד זיין אז איך הער ליידער גוישע מוזיק. דאס איז דאך א סוד צווישן מיר און די פיר ווענט פונעם בית הכבוד. הער איך ווידער ווי די מיטער זאגט, קינד מיינס די מוזיק וואס איך האב ארויסגעהערט הערט זיך עפעס זייער גוי’יש. קען איך הערן וואס די הערסט? ענטפער איך ווידער מיט א געמאכטע ראויגקייט, זיכער מאמע! ווען איך קום ארויס פונעם בית הכבוד וועל איך דיר אנצינדן וואס איך האב געהערט. און וויאזוי וועל איך וויסן אז די צינדסט טאקע אן דעם ניגון וואס איך האב ארויסגעהערט, פרעגט די מאמע ווייטער? זאג איך, זארג נישט מאמע איך וועל דיר נישט אויסשפילן! 

ברוך השם איך האב געהאט א גרויסן אויסוואל פון אידישע ניגונים אויף מיין כלי, סיי לעבעדיג סיי שטאט און אפילו אזעלעכע וואס הערן זיך גאר גוי’ש, אבער דאך איז עס געזינגען געווארן דורך א איד און מען קען נישט זאגן דאס איז גוי’יש. 

איך קום ארויס, וואש זיך די הענט, און מיט א ראויגקייט אויסגעגאסן אויף מיין געזיכט וואק איך אריין אין קאך ווי מיין מאמע האט שוין געווארט אויף מיר. איך זעץ זיך אראפ קעגן איר און מאך זיך באקוועם. איך דריק אפאר קנעפלעך און צו ארויס דעם ווייער פונעם כלי און צינד אן הויך דעם ניגון “just do it” געזינגען דורכ’ן באקאנטע ספרדישע זינגער “yonatan sheinfeld” . די מאמע הערט זיך צו מיט פיר אויער, און נאכן הערן אביסל שרייט זי אויס ווי נישט מיט איר קול, “געוואלד! עס איז דאך עיברוט! דעס הערסטו א גאנצן טאג? עס לאזט דאך השפעות אויף דיר!”

 איך האב שיר נישט אויסגעפלאצט אין א הילכיגן געלעכטער! איך האב מיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן, אבער א קליין שמייכעלע האט זיך בטעות ארויסגעגליטשט און שיר נישט אויסגעזאגט דעם סוד וואס באהאלט זיך אינטער איר. זי קוקט מיך אן און שרייט ווייטער, “און די לאכסט נאך! לאכסט מיר אויס?”…ניין איך לאך ווייל איך האב זיך דערמאנט פון א joke! duh! אין אנדערע ווערטער, עס האט איר נישט געבאדערט אז די ניגון הערט זיך גאר גוי’יש און עס האט זייער פראסטע מוזיק, דער עיקור וואס האט איר געבאדערט איז אז דאס איז עיברוט! דאס איז די ארגסטע וואס עס קען נאר זיין און עס קען נישט ווערן ערגער! איך האב געטראכט צו מיר אז איך וואלט שוין ענדערש געדארפט אנצינדן די גוי’שע מוזיק, זי וואלט זיכער געווען מער צופרידן! ענדערש ענגליש ווי דעם טמע’נעם שפראך עיברוט. איך האב זיך נישט גערישט אויף אזא ווידערשטאנד. עס איז איבריג צו זאגן וואס עס האט זיך דארט אפגעטון. איך האב פרובירט איר צו בראויגן און געמאכט א גאנצע פשעטל זאגנדיג, דער וואס זינגט די דאזיגע ניגון ווייסט נעבאך נישט אז דאס איז א שלעכטע שפראך. ער איז דאך אזוי אויפגעוואקסן. ער מיינט גארנישט שלעכט, ער רעדט פשוט מיט דעם שפראך ווייל דעס האבן אים זיינע עלטערן אויסגעלערנט. קומט אויס אז ער מיינט גארנישט שלעכט, ער איז פשוט א תינוק שנשבה… נא פרעג איך איר, מען טאר נישט אויסהערן וואס א תינוק שנשבה האט צו זאגן? איך זאג דיך צו איך וועל נישט ווערן א ציוני נאר פון אויסהערן זיין ניגון! 

אנשטאטס איר באראוגן האב איך געטון גאר די פארקערטע, און איך האב איר 10 מאל מער אויפגעשוידערט. זי שרייט ווייטער, און דאס אז די קומסט מיט פשעטלעך און סברות איז נאך ערגער פון אלעם! מיט פשעטלעך קען מען דאך אפפארן די גאנצע תורה און ווערן א כופר בעיקור! איך האב שוין נישט געוויסט וואס צו זאגן נעקסט. בין איך געבליבן שטיל. ווייל וואס איך וועל דא זאגן וועט גארנישט קענען פארענפערן און פארגיטיגן דעם הארבן זינד פון הערן עיברוט. בין איך שטיל געבליבן, שרייט זי ווייטער “און די ביסט שטיל”… שוין, שטיל טאר איך שוין אויך נישט זיין און וואס איך זאג איז דאך ממילא נישט גוט! איז, וואס טוט מען דא? וואס דארף איך יעצט צו טוהן?

איז מיר פלוצלינג בייגעפאלן א נייעם געדאנק וואס איך האב געהאפט זי וועט נישט קענען אפווארפן. איך רוף זיך אן צו איר, מאמע זארג נישט, אזוי ווי אין שולע וואס איך האב געהערט פון די אלע לערערינס דארט איז קיינמאל גארנישט אריין, איז אויך דאס מאל וועט זיין די זעלבע. איך וועל הערן די מוזיק אבער דאס וועט נישט אריינגיין אין מיר און מיר חלילה פארדארבן! די מאמע איז ווי געבליבן אן לשון, האב איך געכאפט די געלעגנהייט און שנעל ארויפגעלאפן צו מיין שטוב. איך בין געלאפן אזוי שנעל אז ביז זי טראכט וואס צו ענטפערן זאל איך שוין נישט דארט זיין. איך האב אויסגעניצט די שטילקייט און איר געלאזט אליין. ווייל אויב בלייב איך נאך דארט איין מינוט וואלט זי שוין געהאט וואס נאך צו זאגן. און איך האב נישט געוואלט דאס זאל פאסירן. 

פון דעי מעשה דארף מען זיך ארויסלערנען און נעמען א געוואלדיגע מיסור השכל – סיי די מאמעס און סיי די קינדער. שנשמע ונשבשר בשורות טובות!

(איך האב נאכדעם געטראכט אז די שפראך אונגאריש און אידיש קומען דאך ביידע פון א גוי’ישען מקור און מען רעדט מיט דעם ווי עס וואלט גארנישט געווען. עיברוט האט כאטשיג אן ערליכן מקור. עס קומט דאך פון לשון קודש. איך זאג נישט דא אז איך גיי פון היינט און ווייטער רעדן עיברוט! חלילה! גאט זאל מיך אפהיטן! אבער אידיש קומט דאך פונעם גרויליגען דייטש! איז וואס האבן די גדולים געטון? זיי האבן ארומגעדרייט דעם דייטשן שפראך און עס געגעבן א נאמען “אידיש”. איז די שפראך געווארן כשר און מיר באנוצן זיך דערמיט ביזן היינטיגן טאג. און ווען די באשעפער האט אונז פארטריבן אין גלות אריין האט ער געזאגט “מיינע באליבטע אידעלעך, יעצט אז ענק זענען און גלות וויל איך נישט אז ענק זאלן זיך באניצן מיטן זיסן היייליגן שפראך לשון קודש!” ווען משיח וועט קומען און מיר וועלן ווערן צוריק אויסגעלייזט וועט מען ווידער באנייען דעם הייליגן שפראך. פיין! איז געקומען אן אויבער חכם און גענומען דעם הייליגן שפראך און דאס פארדרייט אזוי אז מען זאל זיך קענען באניצן דערמיט –  און עס געגעבן א נאמען “עיברוט”. פוי פוי פוי! מילא פארדרייען א שפראך, דאס האבן דאך אויך געטון די אמאליגע גדולי הדור. אבער דאס א נאמען געבן “עיברוט” דאס איז נאך ערגער פון אלעם! לאממיר אינאיינעם אויסשרייען הויך פוי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!)

Subscribe To Our Newsletter

Join our mailing list to receive the latest news and updates from our team.

You have Successfully Subscribed!